מאסעטשוסעטס – נישט-בירגער וועלכע וואוינען אין אמעריקע לעגאלערהייט, וועלן מעגליך אינעם גאר נאענטן צוקונפט קענען געהעריג אפגעבן שטימען ביי וואלן אין באסטאן. די ארטיגע סיטי קאונסיל גרייט זיך אפצוהאלטן א הירינג אויף אזא געדאנק, אויף דער ביטע פונעם קאונסיל פרעזידענט אנדרעי קעמפבעל, וועלכע זאגט אז מען מוז מאכן דעם וואל סיסטעם אין די סיטי מער "אינקלוסיוו", וואס באדייט אז מער מענטשן, אריינגערעכנט אימיגראנטן מיט לעגאלע סטאטוס און דאקא אימיגראנטן, זאלן קענען שטימען. אנדערע גרויסע סיטיס באטראכטן שוין לאנג אזעלכע פלענער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל