וואשינגטאן – נעכטן האבן אנגעהויבן צירקולירן שמועות, אז פרוי קלינטאן פלאנירט ערנסט צו לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט, דאסמאל אין 2020 קעגן אמטירנדן פרעזידענט טראמפ. די שמועות האבן זיך אנגעהויבן אלס רעזולטאט פון א קאלום אינעם "ניו יארק פאוסט" דורכ'ן קאלומניסט מייקל גודווין, וועלכער ברענגט ארויס עטליכע פונקטן וואס מאכט אים גלייבן אז קלינטאן גייט לויפן נאכאמאל, אריינגערעכנט אז איר פאליטישע גרופע שיקט לעצטנס ארויס גאר אסאך אימעילס צו אירע שטיצער, און אז זי גרייט זיך מעגליך אן אנצוהייבן אויפטרייבן געלט. צווישן די רעאקציעס נעכטן, האט מען געזען פון דאנעלד טראמפ זשוניאר, וועלכער האט געשריבן "פליז פליז פליז, מאך עס געשען".
הוסף רשומת תגובה