וואשינגטאן – א וואשינגטאן פאוסט באריכט צייגט, אז פרעזידענט טראמפ האט באלד נאכ'ן אריינקומען אין ווייסן הויז, אנגעהויבן פארטיילן זיין פריוואטן סעלפאון נומער פאר אנדערע פרעזידענטן, פרעמיער מיניסטארן און וועלט פירער. ווייסע הויז באאמטע האבן נישט געוואוסט גארנישט דערפון, און זענען ערשט געוואויר געווארן נאכדעם וואס ער האט פאראיאר אפריל אפגעהאלטן א געשפרעך מיט'ן קאנאדישן פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא דורכ'ן סעלפאון. זיי זענען געוואויר געווארן פונעם פריוואטן געשפרעך, נאכדעם וואס קאנאדע האט ארויסגעגעבן א טראנסקריפט דערפון, וויבאלד טראמפ האט בכלל נישט איבערגעגעבן פאר זיינע ראטגעבער די דעטאלן פונעם געשפרעך – וואס געווענליך דארף דאס דער פרעזידענט טאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל