לאס אנדזשעלעס – פייערלעשער האבן באוויזן צו שאפן א "וואנט" ארום עטליכע פון די מאסיווע וואלדפייערן וועלכע ברענען אין קאליפארניע. אויטאריטעטן האבן געמאלדן נעכטן, אז דער 48-סקווער מייל פייער וואס ברענט לענגאויס דעם קאליפארניע-ארעגאן גרעניץ און האט שוין געקאסט איין לעבן און פארניכטעט 72 סטרוקטורן, איז אצינד שוין 25 פראצענט אונטער קאנטראל, צוליב וואס מ'האט סוקסעספול געשאפן א וואנט פון וואסער און אויסגעריסענע ביימער ארום און ארום וואו עס ברענט. אויסער דעם איז איין וואלדפייער אין סאנטא בארבארא קאונטי, וועלכע האט פארברענט 20 היימען, שוין 80 פראצענט אונטער קאנטראל, אויך צוליב א סוקסעספולע וואנט ארום.
הוסף רשומת תגובה