קאנעטיקוט – פאליציי אין הארטפארד, קאנעטיקוט האבן נעכטן געמאלדן, אז אמווייניגסטנס פופצן מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, נאכדעם וואס א טעראסע איז צוזאמגעפאלן. דער אינצידענט האט פאסירט אויף א טעראסע וואס האט זיך געפונען אויף די צווייטע שטאק פון א היים וואו עס איז פארגעקומען א פאמיליע פארזאמלונג. די טעראסע איז געווארן צו אנגעלייגט מיט מענטשן, און אונטער פופצן סעקונדעס האט זיך די טעראסע אפגעריסן פון די "ביעמס" און אראפגעטראסקעט צוואנציג פוס אראפ. אלע פופצן פארוואונדעטע זענען אבער ערווארטעט איבערצולעבן, האבנדיג געליטן בלויז מילדע וואונדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל