בריסל – פארשטייער פון דער כינעזער רעגירונג האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפ'ן אייראפעאישן יוניאן, אז כינע און אייראפע זאלן זיך פאראייניגן, און גרינדן א פרישן עקאנאמישן אליאנץ, מיט'ן ציל אפצושוואכן פרעזידענט טראמפ'ס סטראשונקעס ארום אינטערנאציאנאלן האנדל.

סיי כינע און סיי אייראפע ווערן געצילט דורך טראמפ'ס טאריפס און פארשידענע סטראשונקעס ארום אימפארט-עקספארט, אבער פארט וועט עס זיין א פרעצעדענטלאזע געשעעניש, אויב די צוויי וועלן זיך טאקע פאראייניגן און ארויסקומען קעגן די פאראייניגטע שטאטן – א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט אין היסטאריע.

איין פארשלאג פון כינע איז, אז אייראפע זאל זיך צוזאמשטעלן מיט זיי, און אריינגעבן א גרויסע קלאגע קעגן די פאראייניגטע שטאטן, ביי דער "ווארלד טרעיד ארגאניזאציע" – טאקע די זעלבע קערפערשאפט וועלכע פרעזידענט טראמפ סטראשעט ארויסצוציען אמעריקע דערפון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל