בערלין – דייטשלאנד'ס קאנצלערין, אנגעלע מערקעל, האט סוקסעספול געראטעוועט איר רעגירונג קאאליציע פון צוזאמפאל, ווען זי האט מאנטאג שפעט אויפדערנאכט מסכים געווען צו אן אפמאך, איינצושטעלן שטרענגערע געזעצן איבער אימיגראציע און פליטים. א הויפט-פונקט פון די נייע געזעצן וועט זיין, אז אלע אימיגראנטן וועלן נישט סתם אזוי אריינגעלאזט ווערן, נאר וועלן אריינגעשטעלט ווערן אין ספעציעלע קעמפס, וואו מען וועט זיי אונטערזוכן, און עס איז פארהאן די מעגליכקייט אז פילע וועלן פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד, אויב זעט מען אז זיי האבן זיך שוין רעגיסטרירט אלס פליטים אין אן אנדער אייראפעאיש לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל