אפאזיציע קאנדידאט 'לאפעז אבראדאר' געווינט פרעזידענטשאפט פון אמטירענדן 'פענע ניעטא'; דער נייער ערוויילטער פרעזידענט פארשפרעכט פולע צוזאמארבעט מיט פרעזידענט טראמפ אויף אלע אישוס

בילד



אין מעקסיקאו איז פארגעקומען א גרויסע פאליטישע ערדציטערניש, וואס האט געשיקט שטארקע לופט כוואליעס איבער די וועלט, און איבערהויפט אין די שכינות'דיגע אמעריקע, דער אפאזיציע פירער פון מעקסיקאו "אנדרעס מאניועל לאפעז אבראדאר" (אנטשולדיגט.. נישט אונז האבן אים געגעבן דעם לאנגן נאמען...), האט גאר שטארק באזיגט דעם לאנג טערמיניגן פרעזידענט פון מעקסיקא "ענריקאו פענע ניעטא" ביי דעם נארוואס אפגעהאלטענע עלעקשאנס, מיט בלויז האלב שטימען אפגעציילט האלט שוין אבראדאר ביי א אומגלויבליכע שטארקייט פון 53% , ווען די איבריגע שטימען ווערן צוטיילט פאר די איבריגע פיר קאנדידאטן, און עס ווערט געשאצט אז ענדגילטיג וועט אבראדאר האבן בערך 56% פראצענט פון די שטימען, אקעגן בלויז 40% פאר דער אמטירענדער פרעזידענט ניעטא, דאס איז גאר א שטארקע קלאפ פאר דער אמטירענדע פארטיי פון פרעזידענט ניעטא, און פאר פרעזידענט ניעטא זעלבסט, וויבלאד קיינער אין מעקסיקאו האט זיך נישט גערעכנט פאר אזא אויסקום, נאר מען זיך געהאט געראכטן אז ניעטא וועט ווידערערווילט ווערן פאר א פיפטע טערמין גרינגערהייט, אמת, אין די לעצטע פאר וואכן האט זיך אנגעזען אין לאנד א שטארקע אויפוואכונג פאר אבראדאר און זיין פארטיי, אבער מען האט זיך פארט נישט געגלייבט אז דער לאנג טעמיניגער 'פירער און לייב', וועט אזוי גרינג קענען באזיגט ווערן.

באזונדער איז די נייעס געקומען מורא'דיג פאזיטיוו פאר אמעריקע און פאר פרעזידענט טראמפ, נאכדעם וואס אין די לעצטע אכטצן שעה זייט זיין שטארקע געווינס, האט שוין אבראדאר אנגעיאגט צו דערמאנען נישט מער און נישט ווייניגער פון זעקס מאל..! אז ער וועט האבן א געוואלדיגע צוזאמארבעט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע, און אז ער וועט טרעפן א לעזונג אויף א יעדע סארט אישו וואס קומט נאר ארויף אויפן טיש, וויבאלד "צוזאמארבעט מיט אונזער בעסטער און סטראטעגיש'סטע שכן איז מיין שטארקסטע פיאריטעט". ביי א יעדע פרעסע קאנפערענץ זייט זיין שטארקע געווינס האט אבראדאר גאר שטארק ארויסגעברענגט די נקודה אז ער וועט שטארק ארבעטן אויף א וואונדערבארע צוזאמארבעט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע. מיט דעם האט ער געוואלט אונטערשטרייכן דער חילוק פון אים מיט זיין פארגייער 'ניעטא' וואס האט זיך נאר ארומגעאמפערט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע טאג און נאכט. ווי באקאנט האט 'ניעטא' כסדר געהאט אזא מין ענטפער, ווען אימער פרעזידענט טראמפ האט דערמאנט אז ער וועט מאכן מעקסיקאו באצאלן פאר 'זיין וואנט', אז "איך גיי נישט באצאלן פאר דעם פארשאלטענע וואנט אויף קיין שום פאל"! און נאך און נאך אזעלכע סארט ווילדע רעטאריק, און אצינד וויל אבראדאר אונטערשטרייכן אז דאס וועט מער נישט אזוי אנגיין.

באזונדער האט אבראדאר עטליכע מאל ארויסגעברענגט און שטארק דערמאנט לשבח, פרעזידענט טראמפ'ס באגריסונג 'טוויט', און וועלכע ער האט אים גראטולירט זייער ווארעם פאר זיין שטארקע געווינס, בלויז עטליכע מינוטן נאכדעם וואס ער איז אפיציעל דערקלערט געווארן דער געווינער, פרעזידענט – ערוויילט אבראדאר האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז "דאס איז דער וועג ווי אזוי איך וואלט געוואלט אז די באציאונגען צווישן אמעריקע מיט מעקסיקאו זאלן זיין, דער באגריסונג טוויט איז געווען ווארעם און רעספעקטפול", ווען רעפארטערס האבן אים געדריקט צו דער וואנט, צו ער וועט יא זיין גרייט צו באצאלן פארן וואנט, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ זאגט נאך אלץ אז צום סוף וועט מעקסיקאו באצאלן דערפאר? האט ער זיך ארויסגעדרייט מיטן זאגן "אז אויב מען וויל עכט האבן א גוטע צוזאמארבעט מיט איינעם, קען מען זיך אויסקומען אויף א יעדע סארט אישו, אויך אויף אזא קאנטערווערסיאנעלע אישו ווי דער מעקסיקאו וואנט".


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל