ירושלים - א הויכראנקיגער קאמענדאט אין די מדינת ישראל פאליציי איז אנגעקלאגט געווארן און געפינען געווארן שולדיג אין שלאגן חרדי'שע אידן וועלכע האבן פראטעסטירט אנטקעגן די גזירות על הדת אין מדינת ישראל. דער פאליציי הויפט עידו קציר האט זיך מודה געווען אין די קלאגעס וועלכע זענען געברענגט געווארן אנטקעגן אים אין די געריכט.
דער קאמענדאנט איז אנגעקלאגט געווארן נאך וואס עס אפירגעקומען ווידעאו רעקארדירונגען ווי ער שלאגט מיט ביטערע און סאדיסטישע קלעפ די ערליכע אידן וועלכע זענען ארויסגעקומען צו א מאסן פראטעסט וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין כיכר השבת אין ירושלים עיה"ק. די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט מיט א צייט צוריק ווען דער מדינת ישראל פאליציי הויפט האט געהערט אויסשרייען שאנדע רייד אין ריכטונג פון די פאליציי, ער האט דאן אויסגעקליבן איינער פון די אנוועזענדע און אים גענומען צו די זייט ווי ער האט אים אנגעקלאפט די ביינער. אויסער די קרימינאלע אנקלאגע קעגן אים איז אויך אריינגעגעבן א ציווילע אנקלאגע אין וועלכע ער וועט פארלאנגט ווערן צו באצאלן אנטשעדיגונג געלטער פאר די ווייטאג וואס ער האט פאראורזאכט פאר דעם אומשולדיגן יונגערמאן.

הוסף רשומת תגובה