אילינאי – א לאקאלער ריכטער אין אילינאי וועט אויסשטיין א מינדערוויכטיגע אנקלאגע און שטראף, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט אריינגעברענגט א גאן אינעם געריכט הויז. דער אינצידענט האט פאסירט אין א שיקאגאער געריכט הויז, וואו ריכטער דזשאוסעף קלעפס האט שפאצירט אינעם קארידאר מיט זיין רעקל אין די הענט, ווען זיין קליינער גאן איז ארויסגעפאלן און אראפגעפאלן אויף דער ערד. ריכטער קלעפס האט לייסענס צו טראגן דעם גאן, אבער עס איז אומלעגאל אריינצוברענגען א גאן אין א געריכט הויז, און אויסער דעם האט ער געשטעלט לעבנס אין געפאר, וויבאלד דער גאן איז געווען אנגעלאדנט מיט קוילן. אבער ווי געשריבן וועט ריכטער קלעפס בלויז אויסשטיין א מינדערוויכטיגע שטראף.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל