קאליפארניע - אין א פרואוו צו דערגיין אויב עס זענען אריבערגעקומען נוקלעארע ראדיאקטיווע מאטעריאל פון די אויפרייס אין די פוקאשימא נוקלעארע פלענט אום 2011 אריבער קיין קאליפארניע, האבן פראנצויזישע נוקלעארע פארשער געטעסט די וויינען אין קאליפארניע צו זעהן אויב עס טוט אנטהאלטן א ראדיאקטיווע באשטאנדטייל גערופן "סיזיאום 137- " אויף א גרעסערע פארנעם ווי וואס עס האט אנטהאלטן בעפאר די פוקאשימא אויפרייס.

זיי האבן אויספרובירט פלעשלעך פון צוויי באוואוסטע מינים פון די קאליפארניע וויינען וואס זענען געמאכט געווארן אין די יארן פון 2009-2012, און זיי האבן געפינען אז די פלעשלעך פון די טרויבן וואס זענען געוואקסן און די וויין דערפון זענען פראדוצירט געווארן נאך די פוקאשימא אויפרייס, האט פארמאגט דאפעלט די מאס פון די ראדיאקטיווע מאטעריאל. די פארשער זאגן אבער אז די שטאפלען אין די וויין זענען אזוי נידריג אז עס איז נישט פאראן קיין שום אורזאך אז דאס זאל אויפברענגען זארג. זיי זאגן אז די צאל פון ראדיאקטיווע מאטעריאלע וואס איז אריבערגעשווימען צו ווייטע לענדער פון די פוקאשימא אויפרייס איז פיל נידריגער צו דאס וואס מענטשן זענען געווענליך אויסגעשטעלט. מענטשן זענען אויסגעשטעלט צו ראדיאקטיווע מאטעריאל אויף פילצאליגע אופנים, אריינגערעכענט ביי שפיטעלער און פארש צענטערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל