ברוקלין - א שטיקל שטורעם איז נעכטן אנטשטאנען, נאכדעם וואס די ניו יארק סיטי באאמטע האבן פארארדענט א וועטעראנען ארגאניזאציע אוועקצונעמען א פּאטריאטישע באנק וואס די ארגאניזאציע האט געהאט אינסטאלירט אויף א גאס אין דער פארק סלאופ געגנט אין ברוקלין. די ״אמעריקען לידזשיען״ ארגאניזאציע האט אינסטאלירט די באנק, אנגעפארבט מיט א גרויסן אמעריקאנער פאן, מיט׳ן ציל אז ס׳זאל דינען דעם פובליק, אויב עמיצער וויל זיך אפרוען אויף פראפערטי פארנט פון אירע אפיסעס. זעט זיך אויס אז פאר א צעיושעטן ליבעראלן האט געשטערט די גרויסע פאן, און ער האט אריינגערופן 311 מיט א פאלשע קאמפלעינט אז די באנק איז אויף פובליק סיידוואלק. דאס האט געברענגט אז די סיטי זאל פארארדענען אוועקצונעמען די באנק, אבער נאך א שטורעם אויפ'ן אינטערנעט, האט די סיטי צוריקגעצויגן, און די באנק וועט פארבלייבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל