קאלאראדא - נעכטן האט מען געהערט פון וועטער באאמטע און פייער עקספערטן, אז מען ערווארט נישט קיין געהעריגן רעגן אין קאלאראדא ביז ענדע וואך, וואס באדייט אז דערווייל קען מען נישט האפן אז ס׳וועט קומען א רעגן און העלפן פארלעשן דאס מאסיווע וואלדפייער וואס בושעוועט אין צפון פון דער סטעיט. אלעס אינאיינעם ברענען יעצט בערך 7 וואלדפייערן לענגאויס קאלאראדא, אבער דאס ״416 פייער״ איז די ערגסטע, האבנדיג שוין פארברענט 22 טויזנט אקער-לאנד, און נעכטן האבן די אויטאריטעטן עוואקואירט צוויי טויזנט איינוואוינער וועלכע וואוינען ביי די גרעניצן פונעם מאסיוון פייער. אויסער דעם האט זיך נעכטן אנגעהויבן א פייער אין ווייאמינג, הארט ביים גרעניץ מיט קאלאראדא, און 6 קליינע שטעטלעך זענען עוואקואירט געווארן.
הוסף רשומת תגובה