האלאנד - עס ווייסט שוין כמעט יעדער, איבער דעם קאנצעפט פון 3-די דרוקעריי טעכנאלאגיע, אז מען קען שוין היינט ארויסדרוקן אביעקטן פון ספעציעלע פרינטינג מאשינען, און ווי מען הערט, הייבט זיך דאס אן אריבערכאפן אויך צו ריעל עסטעיט. פון די ערשטע מינוט וואס 3-די דרוקעריי איז אויפגעקומען, האבן פילע געשריגן אז מען וועט עווענטועל קענען פראדוצירן ריזיגע פרינטערס, וועלכע וועלן קענען אויסשפייען הייזער, אבער ביז היינט איז דאס בלויז געווען א פאנטאזיע. די אויטאריטעטן אין דער האלאנדישער שטאט איינדהאווען האבן אבער אונטערגענומען ״פראיעקט מיילסטאון״, און זיי וועלן אינוועסטירן גרויסע געלטער, אוועקצושטעלן א גאס פון 5 הייזער וועלכע וועלן זיין פולקאם פראדוצירט דורך א 3-די פרינטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל