פלארידע - געווענליך ווען א פליגער פארשפעטיגט, איז דאס צוליב א וועטער סיטואציע אדער אן עמורדזשענסי, אבער פאר פאסאזשירן אויף א פליגער אין ארלאנדא, איז די סיבה געווען א פשוט׳ער עליגעיטאר. דער ״ספיריט עירליינס״ פליגער האט געהאט געלאנדעט אינעם ארלאנדא אינטערנעשאנעל לופטפעלד, אבער עס האט נישט געקענט צופארן צום ״געיט״, נאכדעם וואס די פילאטן האבן באמערקט א גרויסן עליגעיטאר, וועלכער האט זיך געמיטליך שפאצירט אריבער דעם ראנוועי. עס האט געדויערט פופצן מינוט פאר׳ן עליגעיטאר אנצוקומען אויף דער אנדערער זייט, וואס פון דארט איז עס אריין אין וואסער, און דער פליגער האט געקענט ווייטער פארן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל