וואודבארי - אידישע איינוואוינער אין די היילענד לעיק עסטעיטס אין די וואודבארי געגענט נעבן קרית יואל, האבן אריינגעגעבן א פעדעראלע דיסקרימינאציע אנקלאגע אנטקעגן די היים אייגענטומער פאראיין פון דעם דעוועלאפמענט, צוליב אן אנגעבליכע קאמפיין וואס די פאראיין האט אנגעפירט צו טשעפען און דערגיין די לעבנס פון די חסידי'שע איינוואוינער, מיט די ציהל צו מאכן פארגיין די אפעטיט פון נאך אידן זאל זיך אריינציען אינערהאלב דעם דעוועלאפמענט.

די אנקלאגע איז ספעציפיש געווארן אריינגעגעבן אין די פעדעראלע געריכט דורך דריי פון די אידישע איינוואוינער, וועלכע טוען באשולדיגן די "האומאונערס -אסאסיעשאן" אין די שיקאנירונגען וואס זיי זענען אדורכגעגאנגען אין די צייט וואס זיי וואוינען דארט. איינער פון די וואס האבן אונטערגעשריבן אויף די אנקלאגע דערציילט איבער אייער און אנדערע מיסט וואס איז געשאסן געווארן אויף זייער פראפערטי, און א צווייטער האט פארציילט איבער נעגל וואס איז אויסגעשאסן געווארן ארום זיין אויטא, מיט די ציל צו לעכערן די רעדער, און איבער די פאסט קעסטל וואס איז אראפגענומען געווארן. דער דריטער פארציילט אז איינער פון די פירער פון די אסאסיעישאן האט נאכגעשריגן די באס וואס איז געקומען אפנעמען זיינע קינדער צו טראגן אין חדר, און אז יענער האט גאר גערופן די שטאטישע "קינדער באשיצונג" אגענטור באשולדיגנדיג אים מיט פארנאכלעסיגקייט אויף זיינע קינדער.

די גרופע אידן זאגן אז זייער ציל מיט די אנקלאגע, איז צו פארזיכערן אז די שיקאנירונגען קומען צו אן ענדע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל