א לעצטיגע שטודיע וואס איז אדורכגעפירט געווארן דורך די פעדעראלע עף -די-עי אגענטור ווייזט אז נאענט צו האלב פון די מענטשן וועלכע זענען אדורכגעגאנגען די לעיסיק אפאראציע צו פאררעכטן זייער אויגן, האבן אנטוויקעלט אומגעווענליכע אויגן פראבלעמען נאך די פראצעדור. נאענט צו א דריטל האבן אנטוויקעלט צו ליידן פון טרוקענע אויגן פאר די ערשטע מאל אין זייער לעבן, און אנדערע האבן אנטוויקעלט מער ערנסטע פראבלעמען ווי דאס זעהן אומקלאר און פארמאגן אויגן ווייטאג.

די פירער פון די שטודיע האבן געשריבן אז "פאציענטן וועלכע גייען אדורך די לעיסיק אפאראציע זאלן ווערן געווארענט איבער די מעגליכקייט אז זיי וועלן אנטוויקלען אויגן סיפטאמען נאך די פראצעדור". פילצאליגע אויגן דאקטורים זאגן אז לעיסיקס איז די מערסט זיכערע פראצעדור וואס קען געטוען ווערן אויף די אויג, און געוויסע זאגן גאר אז עס איז די מערסט זיכערע מעדיצינישע פראצעדור אויף די וועלט, און אז ערנסטע פראבלעמאטישע קאמפליקאציעס זענען גאר גאר זעלטן. די פראצעדור איז אדורכגעפירט געווארן אויף אזויפיל ווי 700,000 אויגן די פארלאפענע יאר, ארויף פון 628,724 אום 2016, לויט די געפינסן פון א פארש גרופע.

פארשער ביי די אהייא סטעיט אוניווערזיטעט האבן אנאליזירט ציפערן אריינגעגעבן צו די עף -די -עי, און האבן באריכטעט א גאר שטארקע צופרידנהייט צווישן פאציענטן פינף יאר נאכן אדורכגיין די לעיסיק פראצעדור. אבער די שטודיע האט אויך געוויזן אז מער ווי האלב האבן געליטן פון טרוקענע אויגן, צוואנציג פראצענט האבן געהאט ווייטאגליכע אויגן און פערציג פראצענט זענען געווען סענסיטיוו צו ליכט, און א דריטל האבן געליטן שוועריקייטן ביים דרייווען ביינאכט אדער ביים טוען ארבייט וואס טוט פארלאנגען צו זעהן גאר נאענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל