באגדאד – ווי באריכטעט נעכטן, האט פאסירט א העליש פייער ביי א סטארעדזש אין באגדאד, איראק, וואו עס זענען געהאלטן געווארן אומצאליגע אפגעגעבענע שטימען פון די לעצטע נאציאנאלע וואלן. טראץ וואס אלע שטים צעטלעך זענען באצייטנס ארויסגעראטעוועט געווארן, האט מען נעכטן געהערט פון פילע איראקער פאליטישאנס, אז עס פעלט זיך אויס אינגאנצן איבערצומאכן די וואלן, וויבאלד דאס פאלק האט פארלוירן קאנפידענץ אינעם וואל אויסגאנג, נאכדערצו מיט'ן פארדעכטיגטן פייער. מוקטאדא על-סאדר, דער רעליגיעזער פיגור וועמענס פארטייען האבן די שטערקסטע געוואונען ביי די וואלן, האט אבער געווארנט אז מען זאל לאזן די ביז-יעצטיגע וואל רעזולטאטן אין אפעקט, און געגעבן א ווארענונג אז עס קען אויסברעכן א פרישע בירגער קריג, אויב וועט מען אויפבלאזן די גאנצע זאך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל