דאבלין – א "יונייטעד עירליינס" פליגער וועלכע האט געזאלט פארן פון רוים, איטאליע קיין שיקאגא, אילינאי, האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין דאבלין, אירלאנד, נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען אן ערנסטער טעראר שרעק אויפ'ן פליגער, ווען מען האט געפונען א געשריבענעם מעסעדזש איבער א באמבע וואס געפינט זיך אויפן פליגער. אויפ'ן פליגער האבן זיך געפונען 207 פאסאזשירן און 11 פלי מאנשאפט, וועלכע זענען אלע אראפגעפירט געווארן אין איילעניש, און מ'האט אונטערגענומען א זוכעניש און דורכגענישטערט אלע פעקלעך און קארגא. למעשה האט מען גארנישט געפונען, און היינט דינסטאג וועט דער פליגער און די פאסאזשירן ווייטער פארן קיין שיקאגא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל