מען האט נאכנישט געענדיגט ציילן די שטימען פון די וואלן וואס זענען דעם שבת אפגעהאלטן געווארן אין איראק, אבער דערווייל  קוקט אויס אז דער בלאק, אין שפיץ פונעם אמטירנדן פרעמיער מיניסטער, האט געליטן א שווערער פארלוסט אין די נאציאנאלע וואלן, און דער געווינער שיינט צו זיין מוקטאדא אל-סאדר, א פרא-איראנער גייסטליכער, וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון רעבעלן גרופעס וועלכע האבן דורכגעפירט אטאקעס קעגן אמעריקאנער זעלנער.

מיט ארום 90% פון די שטימען אפגעציילט, קומט דער פרעמיער מיניסטער אריין אויפ'ן דריטן פלאץ, און אויפ׳ן ערשטן פלאץ שטייט די שיאטישע נאציאנאליסטישע גרופע פון אל-סאדאר, וועלכע האט געפארמט א קאאליציע מיט סעקולארע גרופעס, און אויפ׳ן צווייטן פלאץ שטייט א פרא-איראנער קאאליציע פון שיאטישע מוסולמענער.

דאס איז די ערשטע וואלן זינט איראק האט דערקלערט זיג איבער אייסיס, און עס איז געווען ערווארטעט אז דער אמטירנדער פרעמיער מיניסטער, כיידאר אל-אבאדי וועט בענעפיטירן פון דעם טריאומפ איבער אייסיס וואס איז פארגעקומען אונטער זיין זייגער, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס וועט ער ווארשיינליך מער נישט דינען אלס איראקער פרעמיער מיניסטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל