וואשינגטאן – אין א זעלטענער אנטוויקלונג, האט פרעזידענט טראמפ צוריקגעצויגן נעכטן פון זיין פאליסי איבער צעטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביים אריינקומען אומלעגאל דורך דער גרעניץ. דער פרעזידענט האט זיך דערמיט געבראכן פאר דעם אומגעהויערן דרוק וואס ער איז אויסגעשטאנען אין די לעצטע פאר טעג, פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, וועלכע האבן פארפירט אז די פאליסי איז אומ'רחמנות'דיג און ברוטאל.

טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן אן עמורדזשענסי עקזעקוטיוו ארדער, אין וועלכן ער דערקלערט, אז דאס אפטיילן קינדער פון זייערע עלטערן ביי דער גרעניץ מוז זיך זאפארט אפשטעלן, אבער אין דער זעלבער צייט האט טראמפ געזאגט אז זיין פאליסי פון "זערא טאלעראנץ" וועט ווייטער אנהאלטן, אז מען וועט זיך באגיין מיט'ן הארבסטן קעגן די וועלכע קומען אריין אומלעגאל – מיט'ן ציל אפצושטעלן דעם פלייץ פון אומלעגאלע אימיגראנטן קיין אמעריקע.

טראמפ'ס באשלוס צוריקצוציען פון זיין פאליסי, האט געברענגט שאק און וואונדער איבער'ן לאנד, אבער פילע האבן געזאגט אז דאס איז בלויז א צייטווייליגע לעזונג, ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'וועט פאסירן מיט די קינדער וועלכע זענען שוין ביז יעצט אפגעטיילט פון די עלטערן, און אויך וויאזוי די אדמיניסטראציע וועט באהאנדלען פאמיליעס וואס קומען אריין פון היינט און ווייטער, קינדער און עלטערן אינאיינעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל