וואשינגטאן - די פארלאפענע פלו ווירוס סעזאן איז געווען די טויטליכסטע פאר קינדער אין נאענט צו צען יאר, לויט די ציפערן וואס די געזונטהייט באאמטע האבן ארויסגעגעבן פרייטאג. די פעדעראלע סי-די-סי אגענטור האט געזאגט אז זיי זענען געמאלדן געווארן איבער 172 טויט פעלער פון קינדער זינט דעם פארלאפענעם אקטאבער, וואס דאס טוט איבערשטייגן די 171 קינדער וועלכע זענען אוועק אין די פלו סעזאן פון 2012-2013 . די ציפערן פאר א מיטלמעסיגע סעזאן שטייט ביי ארום 110 קינדער טויטן ל"ע.

די פארמערטע צאל טויט פעלער ל"ע איז געקומען טיילווייז אלס רעזולטאט פון די גאר לאנגע סעזאן, וואס האט אנגעהאלטן ארום 19 וואכן מיט א היבשע ערנסטקייט. ווי אויך צוליב דעם פאקט אז די פלו וואקסין וואס האט געזאלט באשוצן די קינדער וועלכע האבן גענומען דעם איינשפריץ האט נישט געארבייט אזוי גוט. די סי-די-סי אגענטור האלט נישט קיין חשבון איבער די פונקטליכע צאל פון ערוואקסענע וועלכע זענען אומגעקומען דורך די פלו ווירוס, אבער שאצן אז עס זענען געווען צווישן 12,000 און 56,000 טויט פעלער אין די פארלאפענע פלו סעזאנען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל