וואסער איז קריטיש צום מענשליכע לעבן אין יעדן אספעקט, עס העלפט רייניגן די קערפער, האלטן דעם טעמפעראטור, און טרונקען גענוג וואסער שטעלט זיך ארויס צו זיין גאר הילפבאר אין פארמיידן פארשידענע כראנישע פראבלעמען, און פארמיידט פילע מחלות.

יעדער צעל און יעדער איבר אינעם מענטשליכן קערפער דארף האבן פליסיגקייטן צו קענען פונקציאנירן, און פליסיגקייטן פארנעמט 60% פון אונזער קערפער מאסע. דורך געבן פאר די קערפער גענוג וואסער טוט מען מיט דעם העלפן דעם קערפערליכן סיסטעם פון שטאף-וועקסל און אויפבויען נייע געזונטערע צעלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

וויפיל דארף מען טרונקן

די צאל איז געוואנדן אין די גרויסקייט פון די קערפער, געזונהייט עקסערפטן רעקאמענדירן ארום 8 גלעזער וואסער א טאג פאר אן ערוואקסענעם מענטש.יעדער מענטש דארף טרונקן יעדן טאג וואסער.

דאס קומט אויס ארום 2 ליטער, אבער יעדער מענטש איז אנדערש, עס ווענדט זיך אין די וואג, גרויסקייט, און ווי שטארק אקטיוו מען איז.

געוויסע געזונהייט עקספערטן זאגן אז עס איז געזונטער צו זיפן קלענערע שלונגען פון וואסער דורכאויס דעם טאג, און נישט בלויז 8 גלעזלעך דורכאויס דעם טאג.

עס איז ראטזאם צו מאכן א געוואוינהייט פון טרונקן, א גלעזל אדער צוויי ביים אויפשטיין אינדערפרי, נאך צוויי ביי פרישטאג, ביי מיטאג, פאר׳ן גיין שלאפן, א.א.וו. אזוי ווערט דאס א רוטין און מען דארף נישט כסדר געדענקן צו טרונקן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל