וואשינגטאן – אמעריקאנער אוויאציע זיכערהייט באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז אנגעהויבן פון ענדע יוני, וועט מען אנהייבן דורכפירן שטרענגערע אונטערזוכונגען אויך אויף שטויב וואס מענטשן ברענגען אריין פון אויסלאנד. ביז היינט זענען די סארט אונטערזוכונגען געווען בלויז אויף פליסיגקייטן, אבער באאמטע זאגן אז זיי ווילן זיכער מאכן אז ס'ווערן נישט אריינגעשמוגלט סם אדער גאר ביאלאגישע וואפנס, און דעריבער, וועט מען אנגעהויבן פונעם דערמאנטן דאטום, אונטערזוכן יעדעס פלעשל שטויב, אפילו קאווע אדער קאסמעטישע פראדוקטן, צי עס פארמאגט מער ווי 350 מיליליטערס – בערך די סייז פון א סאודע קען.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל