ארקענסא – אויטאריטעטן זאגן אז אן ארקענסאער גנב האט ממש אליינס צוריקגעגעבן זיין גניבה צום אריגינעלן אייגנטימער, אומוויסנדיגערהייט. דער גנב איז אידענטיפיצירט געווארן אלס שעמאן וועסט, און די פאליציי זאגט אז ער האט געהאט גערויבט א קרעדיט קארד פון א פרוי'ס בערזל אין דעם שטעטל פּיין בלאוו. וועסט איז דינסטאג פארנאכטס געקומען עסן אין א רעסטוראנט, און ביים באצאלן האט ער ארויסגענומען דאס גערויבטע קארטל און עס אהינגעגעבן פאר די סארווערין – וועלכע האט גלייך דערקענט אז דאס איז איר קארטל, וואס האט איר שוין געפעלט עטליכע שעה. זי האט שטילערהייט טעלעפאנירט די פאליציי, וועלכע איז אריבערגעקומען און ארעסטירט דעם גנב.
הוסף רשומת תגובה