ברוקלין – א שטיק פונעם דאך פון דער סאבוועי סטאנציע אין ברוקלין'ס "בארא האלל", איז צוזאמגעפאלן נעכטן נאכמיטאג, און האט פארוואונדעט אמווייניגסטנס איין מאן. די סטאנציע געפינט זיך אויף די גאסן פון קאורט און פולטאן, און לויט עם-טי-עי סטאטיסטיקס איז עס די 27'סטע אויף דער ליסטע פון די מערסט-פארנומענע סאבוועי סטאנציעס אין גאנץ ניו יארק סיטי, פון א ליסטע פון א סך הכל פון 500 סטאנציעס. דער פארוואונדעטער איז באהאנדלט געווארן אויפ'ן ארט און בלויז געליטן מילדע צעקראצענישן, אבער באאמטע האבן געזאגט אז דער דאך-צוזאמפאל איז א סימפטאם איבער דעם פארעלטערטן סאבוועי סיסטעם אין דער גאנצער סיטי.
הוסף רשומת תגובה