וואשינגטאן – מיט שאק האט מען געהערט, אז די קאנסערוואטיווע פאפולערע פובליקאציע "נעשאנעל רעוויו" האט געלאזט לופטערן א קאלום, אין וועלכע א קאלומניסט האט פארטיידיגט די שפאנישע אינקוויזיציע. דער קאלום איז געשריבן געווארן דורך עד קאנדאן, וועלכער ברענגט ארויס אז "אפילו יעדער נארמאלער מענטש וועט נישט טרעפן קיין סאך זאכן אויסצולויבן די שפאנישע אינקוויזיציע, דארף מען אבער אינאכט נעמען, אז ווען מען באטראכט דעם אינקוויזיציע געריכט סיסטעם, איז די אינקוויזיציע געווען גאר פארגעשריטן, מעסיג און יושר'דיג". דער קאלום איז געשריבן ארויסצוברענגען וויאזוי דאס אינקוויזיציע געריכט האט אוועקגעשטעלט א סאך פרעצעדענטן וואס ווערן ביז היינט גענוצט אין געריכטן – אבער פארט ווערט עס שטארק אראפגעריסן פאר'ן רעדן פאזיטיוו איבער אזא ברוטאלן אנטיסעמיטישן סיסטעם.
+
+
הוסף רשומת תגובה