די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, די דויטשע קאנצלערין און דער פראנצויזישער פרעזידענט האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט אין וועלכע זיי "באדויערן" דעם באשלוס פון פרעזידענט טראמפ זיך צו ארויסציען פונעם איראנער אפמאך.

אינעם סטעיטמענט שרייבן זיי, אז דער אפמאך איז געווען דער איינציגסטער וועג צו פארמיידן איראן פון זיך באוואפענען מיט נוקלעארן וואפן, און איז באשטעטיגט געווארן דורך די זיכערהייטס קאנסיל אינעם יו.ען. און אז זיי וועלן זיך ווייטער האלטן צום אפמאך.

רוסלאנד האט אויך ארויסגעגעבן אן אפיציעלן סטעיטמענט, זאגנדיג ״די טענות פון פרעזידענט טראמפ זענען אומבאגרינדעט און פאלש. איראן האט זיך געהאלטן צום אפמאך, און רוסלאנד וועט ווייטער אנהאלטן אירע עקאנאמישע און דיפלאמאטישע באציאונגען מיט טעהראן״

דער בריטישער אויסערן מיניסטער, באריס דזשאנסאן, האט געזאגט אז די פאראנטווארטליכקייט ליגט אויף אמעריקע צו ברענגען א ״בעסערן אפמאך״ און דערווייל וועט בריטאניע זיך האלטן צום ביז יעצטיגן אפמאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל