די הוטי רעבעלן אין תימן, וועלכע ווערן געשטיצט דורך דעם איראנער רעזשים, האבן היינט געשיקט מיסילס קיין ריאד, די הויפטשטאט פון סאודי אראביע, אבער די באליסטישע מיסילס זענען אראפגעשאסן געווארן דורך סאודי אראביעס מיסיל-שוץ סיסטעם.

די מיסילס קומען אלס נקמה פאר די שטיצע וואס סאודי אראביע געט פאר די צענטראלע רעגירונג, ווי אויך אירע אנגייענדע מיליטערישע אקציעס קעגן די הוטי רעבעלן, וועלכע ווערן דורכגעפירט מיט די הילף און שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן, אלס טייל פון די אנגייענדע ציווילע קריג וועלכע פלאקערט דארט זינט 2015.

עס איז שוין דאס פינפטע מאל אין די לעצטע חדשים וואס די הוטי רעבעלן פרובירן צו אטאקירן דעם סאודיער הויפטשטאט, און דאסמאל קומט דאס א טאג נאכדעם וואס איראן האט געליטן א נידערלאגע אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע, נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פונעם אפמאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל