פרעזידענט רוכאני האט אין א רעדע היינט זיך באצויגן צו דעם דראמאטישן באשלוס פון פרעזידענט טראמפ צו ענדיגן דעם איראנער נוקלעארן אפמאך, זאגנדיג אז ״טראמפ האט דערמיט פארלעצט די אינטערנאצינאלע געזעץ און געצייגט אז אמעריקע האלט זיך נישט ביי אירע אפמאכן״

ער האט גלייכצייטיג קלארגעשטעלט, אז איראן וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט די אנדערע גרויסמאכטן וועלכע זענען אונטערגעשריבן אויפ׳ן אפמאך און איז גרייט צו ווייטער האלטן דעם אפמאך, אבער האט צוגעלייגט אז אויב וועט נישט זיין קיין וועג צו ראטעווען דעם אפמאך וועט איראן באנייען איר נוקלעארער פראגראם מיט׳ן פולסטן קראפט, פיל מער ווי אין די פארגאנגענהייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל