אין צוגאב צו די פרייד אין מדינת ישראל מיט׳ן ענדע פונעם איראנער אפמאך, האבן עטליכע אראבישע לענדער נעכטן באגריסט דעם באשלוס פון פרעזידענט טראמפ און אויסגעדריקט צופרידנהייט מיט די נייע פאליסי.

דער אמבאסאדער פון סאודי אראביע אין אמעריקע, כאליד בין סאלמען, האט געשריבן אין א סטעיטמענט אויף טוויטער, ״דער אפמאך האט געשטיצט איראנ׳ס שעדליכע אויפפירונג אינעם מיטל מזרח, וואס איז געטריבן פון א געפארפולע אידעאלאגיע, און האט געשאנקן פאר איראן פינאנציעלע מעגליכקייטן צו דע-סטאביליזירן דעם מיטל מזרח״.

דער אויסערן מיניסטער פון 'יונייטעד אראב עמירעטס' האט געשריבן, ״איראנ׳ס רעטאריק און אגרעסיווע אויפפירונג איז ערגער געווארן צוליב דעם אפמאך. די אויפפירונג פון איראן צייגט אז די אפמאך איז שעדליך. די באשלוס פון פרעזידענט טראמפ איז ריכטיג״. ענליכע ווערטער האט מען אויך געהערט פון באאמטע אין באכרעין און נאך לענדער אינעם גאלף
ראיאן און דעם מיטל-מזרח.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל