איראקער בירגער וועלן מארגן גיין צו די שטים בודקעס צו ערוועלן א דעמאקראטישע רעגירונג צום ערשטן מאל זינט דאס מיליטער האט באוויזן צו גענצליך באזיגן אייסיס און איינשטעלן ארדענונג אין לאנד. די וואלן ווערן באגלייט מיט א גייסט פון אפטימיזם, נאכדעם וואס צום ערשטן מאל אין באלד צוויי צענדליג יארן איז דאס לאנד נישט פארזונקען אין קריג.
די וואלן זענען א פארזוך צו פאראייניגן דאס לאנד פון די טיפע צעטיילונג וואס הערשט צווישן די דריי צענטראלע עטנישע גרופעס, די סוני מוסולמענער, די שיאטישע מוסלעמענער, און די קורדן -- וועלכע זענען אין א געראנגל פאר'ן מאכט איבער איראק, וואס האט זיך אנגעהויבן נאך דעם וואס די אמעריקאנער אינוואזיע האט אומגעווארפן דעם רעזשים פון סאדאם כוסעין.
איראקער בירגער וועלן אויסוועלן צווישן 7,000 קאנדידאטן אין 18 פראווינצן, וואס רעכנט אריין 329 פארלאמענט זיצן און נאך הונדערטער גובערנאטאריאלע פאזיציעס.
לויט רוב אנקעטעס ווערט דער אמטירנדער פרעמיער מיניסטער, כיידער אל-אבאדי, ערווארטעט צו געווינען נאך א טערמין, וויבאלד ער געניסט פון פאפולאריטעט אדאנק די קרעדיט וואס ער באקומט פאר׳ן זיג קעגן אייסיס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה