ניו יארק – א בעקעריי אין מאנהעטן, וועלכע ווערט קרעדיטירט אין ערפונדן דעם קינדער-באליבטן "בלעק און ווייט" קיכל, האט געמאלדן אז זי וועט אפשפארן אירע טירן אין די קומענדיגע וואכן. די "גלעיסערס בעיק שאפ" האט זיך געעפנט צום ערשטן מאל אין יאר 1902, ווערנדיג אנגעפירט דורך דער דייטשישער-אפשטאמיגער גלעיסער פאמיליע, און אין לויף פון די אלע יארן איז עס פארבליבן "בלויז קעש" און האט געהאלטן די אריגינעלע פאדלאגע מיט וועלכע ס'איז געעפנט געווארן, נישט זוכנדיג צו טוישן גארנישט פונעם אריגינעלן געשעפט מיט העכער 100 יאר צוריק. הערב גלעיסער, דער יעצטיגער אייגנטימער, האט באשטעטיגט די לעגענדע, אז דער "בלעק און ווייט" קיכל איז ערפונדן געווארן אין זייער בעקעריי, אבער ער זוכט נישט צו נעמען אייגנטימערשאפט דערויף און לאזט עס יעדן פראדוצירן – נאך א מזל...
הוסף רשומת תגובה