האנאלולו – נעכטן האבן אמעריקאנער דזשיאלאדזשיקעל עקספערטן ארויסגעגעבן גאר שרעקעדיגע ווארענונגען, איבער'ן קילאוויא וואולקאן אין האוואאי, וועלכע מאכט שוין פראבלעמען אויפ'ן אמעריקאנער אינזל עטליכע טעג, און האט שוין פארניכטעט ארום פערציג הייזער. די עקספערטן זאגן אז דאס וואס מ'האט געזען אין די לעצטע פאר טעג פונעם וואולקאן, איז א קינדער–שפיל קעגן וואס עס וועט שטארק מעגליך פאסירן אין די גאר נאענטע טעג, ווען דער וואולקאן וועט מעגליך פונדאסניי אויפרייסן מיט אזא שטארקן מאכט, אז עס וועט ארויסשיסן פון זיך שטיקער לאווא, וואס יעדע איינס וועט וועגן עטליכע טאן, און עס וועט געשאסן ווערן מיט א טויטליכן קראפט, אז די שטיקער וועלן קענען פליען אזוי הויך ווי א מייל אין דער לופטן. די עקספערטן זאגן אז האוואאי קען ליידן די קאנסעקווענצן און נאכווייען פאר א גאר לאנגע צייט, און אפילו די וואלקענעס העכער האוואאי וועלן בלייבן פארפעסטעט מיט "עסיד" לאנגע יארן.

בילדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל