בערלין – פאליציי זענען אלארמירט געווארן אויסצופארשן א קריגעריי אין א היים אין לאורעטש, דייטשלאנד, א קליין שטעטל נעבן דער גרעניץ מיט שווייץ, און זענען שאקירט געווארן צו טרעפן אז די קריגעריי קומט פאר צווישן א מאן און זיין פאפעגיי...

דער איינוואוינער וואס האט גערופן די פאליציי האט שפעטער געזאגט, אז ער איז געווען באזארגט ווען ער האט געהערט הויכע קולות און געשרייען פונעם הויז פון זיין שכן. די פאליציי האבן זיך אראפגעזעצט אויסצופארשן דעם 22 יעריגן פארשוין וועלכער האט געמאכט די קולות אויף דער אומשולדיגער פאפעגיי, און ער האט זיך פארענטפערט, אז שוין עטליכע וואכן וואס זיין פרוי האט אהיימגעברענגט די פאפעגיי און עס גייט אים אויף די נערוון...

די פאליציי האט פרובירט רעדן צום פאפעגיי, אבער עס האט ניטאמאל צוריקגעזאגט וואס זיי האבן גערעדט, נאר האט "געבילט ווי א הונט" – ווי די אפיציעלע פאליציי באריכט לויטעט...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל