אהייא – דער סינסינעטי מעיאר האט נעכטן געזאגט, אז די שטאטישע עמורדזשענסי באאמטע אקצעפטירן פולקאמע פאראנטווארטליכקייט אויף די טראגישע געשעעניש, ווען א זעכצן יעריגער איז אומגעקומען אין א פארשלאסענע קאר, זאגנדיג אז די סיטי איז דורכגעפאלן. די טראגעדיע האט פאסירט פאריגע וואך דאנערשטאג, ווען דער זעכצן יעריגער קיילי פלאש האט זיך אויסגעשפארט אין זיין האנדא אדעסי ווען, און האט טעלעפאנירט 911 זיי צו דערציילן וואס ס'פאסירט און אז ער דארף הילף זיך ארויסצוזען פונעם קאר. די פאליציי זענען אבער נישט אנגעקומען שנעל, און קיילי האט נאכאמאל טעלעפאנירט די פאליציי. אזוי זענען אריבער זעקס שעה אן דעם וואס די פאליציי זאל האבן עפעס געטאן, און קיילי איז אומגעקומען נאכ'ן דערשטיקט ווערן אינעם קאר.
הוסף רשומת תגובה