וואשינגטאן – נעכטן איז אפירגעקומען פרישע דעטאלן איבער מייקל קאהן, פרעזידענט טראמפ'ס לויער, וועלכער האט פרובירט צו באקומען מיליאנען דאלארן פון פירמעס, זיי איינרעדנדיג אז ער קען זיי געבן צוטריט צום פרעזידענט און באאיינפלוסן זיינע פאליסיס. מען האט שוין געהערט פאריגע וואך אז אזעלכע גרויסע פירמעס ווי "עי-טי-ענד-טי", "נאווארטיס" און "קארעא עירספעיס" האבן געגעבן גרויסע געלטער פאר קאהן מיט'ן ציל צו באאיינפלוסן טראמפ'ס פאליסיס, און נעכטן איז אפירגעקומען אין א "וואל סטריט זשורנאל" באריכט, אז קאהן איז געגאנגען זיך בעטן צו "פארד" און "אובער" אז זיי זאלן אים געבן געלט און אין אויסטויש וועט ער זיי געבן צוטריט צו פרעזידענט טראמפ, אבער ביידע פירמעס האבן אים אפגעווארפן. אובער האט ספעציפיש געזאגט פאר קאהן, אז זיי קענען נישט ארבעטן מיט אים, וויבאלד ער האט אמאל אנגעפירט א טעקסי פירמע אין ניו יארק, און דעריבער איז ער קען זייערע אינטערעסן.
הוסף רשומת תגובה