באלטיקס ראיאן – א רוסישער מיליטערישער קאמפס פליגער איז געפלויגן גאר נאענט צו א שפיאנאזש פליגער פון דער אמעריקאנער נעווי, וועלכע האט דורכגעפירט א רוטינע אפעראציע העכער'ן באלטישן ראיאן, ברענגענדיג פרישע אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי גרויסמאכטן. אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער זאגן, אז די רייצענישן פונעם רוסישן פליגער אויפ'ן אמעריקאנער פליגער, איז געווען "פארזיכערט אבער אומפראפעסיאנאל", ארויסהייבנדיג דעם פאקט אז דער נעווי פליגער איז געפארן העכער אינטערנאציאנאלע וואסערן, וואו רוסלאנד האט נישט מער רעכטן ווי אמעריקע. אין לויף פון יאר 17' זענען געווען פילע אזעלכע אינצידענטן, וואס רוסישע פליגערס האבן זיך גערייצט מיט אמעריקאנער, אבער היי יאר איז דאס לעצטע מאל געווען אין יאנואר, און ס'איז ביז נעכטן געווען שטיל.
הוסף רשומת תגובה