וואשינגטאן סטעיט – א טראקטאר-טרעילאר האט אנגעמאכט א שווערן טראפיק און א שווערן גערוך און אנלייגעניש, ווען עס האט זיך איבערגעדרייט אויף א שאסיי, און אויסגעגאסן בערך פערציג טויזנט פונט פון אפגעשניטענע טשיקן פעדערן. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אויפ'ן "אינטערסטעיט 5" שאסיי, וואו די לאקאלע אויטאריטעטן זאגן אז דער דרייווער האט דערציילט אז ער האט פארלוירן קאנטראל פונעם טרעילאר און דאן האט זיך עס איבערגעדרייט. דער טרעילאר, איבערגעפילט מיט די אומצאליגע טויזנטער טשיקן פעדערן, איז געווען אויפ'ן וועג קיין קאנאדע, צו א פאבריק וואו מ'פארוואנדלט עס אין עסנווארג פאר באשעפענישן און פאר א באשטאנדטייל אין זייף. די טראפיק אלס רעזולטאט פונעם אינצידענט, האט זיך געצויגן פאר 11 מייל!

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל