פילאדעלפיע – די צוויי שווארצע מענער, וועלכע זענען ארעסטירט געווארן פאר'ן זיצן אין א סטארבאקס קאווע געשעפט אין פילאדעלפיע און גארנישט באשטעלן, האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן געשליכטעט זייערע טענות מיט די שטאטישע אויטאריטעטן. דער ארעסט פון די צוויי שווארצע האט געברענגט נאציאנאלע אויפברויז, וויבאלד די צוויי זענען פאקטיש נישט באגאנגען קיין שום פארברעך מיט'ן זיצן אינעם סטארבאקס, און זיי האבן דארטן געווארט פאר עמיצן וועלכער האט יא עפעס באשטעלט, פאר א ביזנעס זיצונג. סטארבאקס האט שוין זינט דאן געמאלדן ספעציעלע "ראסע סענסיטיוויטעט" טרענירונג פאר אירע ארבעטער, און יעצט האבן די צוויי געשליכטעט מיט דער סיטי, פאר א סימבאלישן 1 דאלאר פער פערזאן, און א פארשפרעכונג פון דער סיטי צו גרינדן א 200,000 דאלאר פראגראם, צו העלפן יונגע ביזנעסלייט.

Image result for starbucks settlement

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל