פיאנגיענג – דער געפלאנטער סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן, איז געסקעזשולט פארצוקומען אין דריי וואכן ארום, און דערווייל זעהט אויס ווי עס הענגט אויף א האר און פרעזידענט טראמפ האלט אט ביים עס גענצליך אפרופן. טראמפ וועט היינט זיך טרעפן מיט'ן דרום קארעא פרעזידענט מון זשאי-אין פאר געשפרעכן אין ווייסן הויז, וואו ער וועט הערן פארוואס צפון קארעא האט אוועקשפאצירט פונעם פארהאנדלונגס טיש, און באזונדער היינט וועלן א גרופע אמעריקאנער זשורנאליסטן אנקומען קיין צפון קארעא, מיטצוהאלטן די איינווארפונג און אפשפארונג פונעם גרויסן נוקלעארן טעסט צענטער, וואס קים האט פארשפראכן דורכצופירן.
הוסף רשומת תגובה