פאנאמא סיטי – דער פאנאמא פרעזידענט הואן קארלאס ווארעלא האט נעכטן געזאגט, אז א פליגער קראך וואס האט פאסירט אין זיין לאנד אין יאר 1994, איז געווען דער רעזולטאט פון א טעראר אטאקע, און פרעזידענט ווארעלא האט גערופן אז זיין שפיאנאזש אגענטור זאל צוריקעפענען דעם אויספארשונג איבער יענעם קראך. דער פליגער האט אראפגעקראכט און 21 מענטשן אויפן פליגער זענען אומגעקומען – רוב פון זיי אידן, און דער קראך איז געקומען געציילטע וואכן נאכדעם וואס א באמבע אויפרייס האט געצילט דעם אידישן אמיא צענטער אין בוענאס איירעס, וואס כיזבאלא האט אונטערגעשטעלט. אצינד וויל פאנאמא ווידערעפענען דעם אויספארשונג, מיט די מעגליכקייט אז ס'איז געווען אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל