לעיקוואוד – א ביל אין ניו דזשערסי, וואס וואלט פארבאטן חתונה צו מאכן קינדער אונטער אכצן יאר, איז בטל געווארן נאך איידער די פאליטישאנס האבן געקענט דערויף שטימען. דער ביל האט ארויסגערופן אויפברויז ביי די ניו דזשערסי אידישע געמיינדע, וועלכע האבן געזאגט אז דאס וועט שטארק טשעפען מיט די רעליגיעזע פירונגען פון די חרדי'שע אידן, וועלכע מאכן צומאל חתונה די קינדער אפילו בעפאר די אכצן יאר. פאסעיק אסעמבלימאן גערי שאור זאגט, אז די אסעמבלי האט אויסגעהערט די זארגן פון די חרדישע ניו דזשערסי איינוואוינער, און ער גלייבט אז מען קען איבערמאכן דעם ביל, אז עס זאל זיין א וועג אז זיבעצן יעריגע זאלן יא קענען חתונה האבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל