מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין זאגט, אז ער וועט רעספעקטירן די רוסישע קאנסטיטוציע, וועלכע ערלויבט נישט קיינעם צו לויפן פאר מער ווי צוויי פרעזידענטליכע טערמינען אויפאמאל, וואס באדייט אז אין יאר 2024, ווען זיין יעצטיגן זעקס-יאר טערמין לויפט אפ, וועט ער אפטרעטן און נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. אין 2008 האט פוטין אויך אפגעטרעטן פון די רוסישע פרעזידענטשאפט, און האט דאן געדינט אלס פרעמיער מיניסטער ביז יאר 2012, ווען ער איז נאכאמאל געלאפן און זינט דאן דינט ער שוין – זייענדיג יעצט אין זיין צווייטן טערמין.

זיין אפטריט אין 2024 מיינט נישט אז ער איז פארטיג, ווייל ער קען איבערמאכן דעם זעלבן שפיל, דורכ'ן נישט דינען פאר פרעזידענט אפאר יאר, און דערנאך נאכאמאל לויפן אין די ענדע 2020'ער יארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל