טעהראן – די איראנער רעגירונג האט פרייטאג געזאגט, אז זיי געבן פאר די אייראפעאישע לענדער, אן איין-וואך דעדליין, אויפצוקומען מיט נייע וועגן צו ראטעווען דעם יאר 2015 נוקלעארן אפמאך, נאכדעם וואס אמעריקע האט זיך דערפון ארויסגעצויגן. איראן זאגט אז זי גייט ליידן ערנסטע קאנסעקווענצן פון דעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן, און דעריבער וויל זי אז אייראפע זאל אהערשטעלן קאמפענסאציע און שריט אז ס'זאל זיך לוינען פאר איראן צו פארבלייבן אינעם דיעל. דער דעדליין לויפט אפ די וואך פרייטאג, וואס אויב א דיעל איז נישטא ביז דעמאלט, וועט איראן פארלאזן דעם דיעל.
הוסף רשומת תגובה