לאנדאן – דער וויקיליעקס פירער דזשוליען אסאנדזש, וועלכער באהאלט זיך אין די עקוואדאר אמבאסאדע אין לאנדאן, איז אין געפאר פון ווערן ארעסטירט דורך די בריטישע פאליציי. דאס קומט נאכדעם וואס די עקוואדאר אמבאסאדע באאמטע זענען שוין מיד פון האלטן אסאנדזש אלס זייער גאסט, פאר כמעט גאנצע זעקס יאר. עקוואדאר האט אויך לעצטנס געשניטן די צאל זיכערהייט וועכטער וואס זיי האבן צוגעשטעלט ביז יעצט פאר אסאנדזש אין די אמבאסאדע, און די ארטיגע איינגעשטעלטע זאגן אז ער פירט זיך אויף זייער אגרעסיוו מיט זיי, און זיי ווילן אז די עקוואדארישע רעגירונג זאל אים ארויסווארפן.
הוסף רשומת תגובה