שטאקהאלם – דריי יונגע אימיגראנטן גייען געשטעלט ווערן אויף א פראצעס אין שוועדן, וואו זיי ווערן באשולדיגט אז זיי האבן געשאסן פלאש באמבעס אויף א שוהל פאראיאר. די 3 זענען 2 פאלעסטינער און 1 סירישער, און די פאליציי האבן זיי אידענטיפיצירט דורכ'ן נוצן סורוועילענס קאמערעס וואס זענען געווען אינסטאלירט פארנט פונעם שוהל. פראקורארן זאגן אז זיי גלייבן אז די יוגענטליכע האבן אטאקירט דעם שוהל מיט אנטיסעמיטישע מאטיוון אין די אטאקע. די דריי זאגן אז זיי זענען גענצליך אומשולדיג, אבער אויב ווערן זיי געפונען שולדיג ביים פראצעס, ערווארט זיי א מינימום פון זעקס יאר טורמע, און נאכ'ן אויסדינען די זעקס יאר, וועלן זיי ארויסגעווארפן ווערן פון שוועדן.
הוסף רשומת תגובה