אדאנק א טעכנאלאגיע אנטוויקלט דורך 'נאסא' האלטן עקספערטן אינמיטן דעשיפרירן א צאל שטיקלעך פון די מגילות ים המלח וואס האבן ביז יעצט נישט געקענט אפגעלייענט ווערן.

עס האנדלט זיך אין א בינטל פראגמענטן פון מגילות וואס האבן זיך מיט עטליכע צענדליגער יארן צוריק אפגעזוכט ארום דעם ים המלח, וועלכע זענען געווען צו קליין אדער אפגעריבן צו קענען לייענען זייער אינהאלט.

עקספערטן האבן אבער אין דער לעצטער שטיק צייט באוויזן צו אנגאזשירן א טעכנאלאגיע וואס איז אנטוויקלט געווארן דורך דעם אמעריקאנער ספעיס-אגענטור, וואס דערמעגליכט אויסצולייענען די ווערטער אפילו פון אזעלכע שטיקלעך פארמעט.

ווי די פארשערס זאגן, ווייזן די ערשטע רעזולטאטן אז מ'האט מעגליך געטראפן א נייע מגילה, פון וועלכער מיר האבן ביז היינט נישט געוואוסט.

די מגילות ים המלח באשטייען פון א צאל מגילות און פראגמענטן פון תקופת בית שני, וואס האבן זיך אפגעזוכט אין עטליכע היילן אינעם מדבר יהודה מיט צענדליגער יארן צוריק. צווישן די מגילות האבן זיך אפגעזוכט טיילן פון תנ"ך, עטליכע ספרים חיצונים, ווי אויך חיבורים וועלכע זענען פריער געווען אומבאקאנט און ווערן צוגעשריבן צו דער קריפטישער 'איסיים' סעקטע וואס האט זיך אויפגעהאלטן אין יענער געגנט ביים סוף פון צווייטן בית המקדש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל