תל אביב – באריכטן אין דער איזראעלישער מידיא האבן נעכטן געצייגט, אז דאס איראנער מיליטער שטייט גרייט פאר א באלדיגער אטאקע אויף מדינת ישראל, וואס האט געברענגט אן ערנסטע שרעק און זארג ביי די ארטיגע איינוואוינער, איבער א פולקאמע מלחמה צווישן איראן און מדינת ישראל.

לויט די באריכטן, טוט איראן צוגרייטן א מאסיווע מיסיל אטאקע אויף איזראעלישע מיליטערישע צילן אין צפון מדינת ישראל, און וועט פרובירן יא אויסצומיידן באוואוינטע ציווילע געגנטער. די אטאקע וועט דורכגעפירט ווערן דורך די מיליטערישע קרעפטן וואס איראן פארמאגט שוין אין סיריע, מיט דער הילף פון כיזבאלא.

די איראנער אטאקע, אויב וועט עס טאקע חלילה פאסירן, וועט קומען אלס דירעקטע נקמה צו א סעריע באמבארדירונגען וואס דאס מדינת ישראל מיליטער האט דורכגעפירט אויף איראנער צילן אין סיריע, אריינגערעכנט א באמבארדירונג מיט צוויי וואכן צוריק, ביי וועלכע איבער 5 איראנער בירגער זענען אומגעקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל