איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג וועט נעמען נקמה, אויב די אמעריקאנער רעגירונג וועט טאקע באשטעטיגן א געזעץ וואס וועט צוריקהאלטן א מאסיווע וואפנס פארקויף פאר טערקיי – האט געסטראשעט דער טערקישער אויסערן מיניסטער מעוולאט קאוואסוגלא. זיין סטראשע קומט נאכדעם וואס קאנגרעס האט פרייטאג ארויסגעגעבן דעטאלן פונעם יערליכן "פארטיידיגונגס פאליסי" געזעץ, אין ווערד פון 717 ביליאן דאלאר, און אינעם געזעץ ליגט א פראוויזיע וואס וועט צייטווייליג אפהאלטן סיי וועלכע וואפנס פארקויף פאר טערקיי. דער ביל זאגט אז קאנגרעס וועט בעטן פונעם פענטאגאן א דעטאליזירטן באריכט איבער די באציאונגען צווישן טערקיי און אמעריקע, און לויט די רעזולטאטן פונעם באריכט, וועט קאנגרעס באשליסן צי מען זאל יא ווייטער ערלויבן וואפנס פארקויף פאר טערקיי אדער נישט.
הוסף רשומת תגובה